רייף
א רייף איז א רינג פון אן עלאסטישער מאטעריאל וואס באַדעקט א ראד. מערסט טראקט פארמיטלען און א סך אנדערע ניצן גומענע רייפן. די רייפן מאכן עס גרינגער פאר פארמיטלען צו פארן גלאַט. א טייל מעטרא באנען און טראַמען אויך ניצן גומענע רייפן ארום זייערע שטאָלענע רעדער פאר בעסערע האַלטונג ווי יענע פון אנדערע באנען.
רייפן דאַרפן ווערן פארבייט נאך וואס זייערע געוועבן וויאַנען. עס איז זייער געפֿערלעך צו פארן מיט אָפּגעברויכטע רייפן, ווייל די רייף קען צערייסן זיך און מאכן דעם שאָפֿער פארלירן קאנטראל.
אדורך טויזנטער יאר האט מען געמאכט רייפן פון לעדער, און פון אייזן אדער שטאָל אדורך הונדערטער. פּנעמאַטישע גומענע רייפן זענען געווארן גאנגבאר ביים סוף פונעם 19טער יארהונדערט.
קאנסטרוקציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רייפן ווערן געמאכט פון פארשידענע סארטן גומע. ווייכע גומע ווערט באנוצט אין זומער אדער ווען די רעדער דארפן בעסערע האַלטונג, צום ביישפיל ווי אין אן אויטא געיעג. רייפן פון מער הארטע גומע ווערן געמאכט פאר באנוץ איבער לאנגע פעריאדן, ווי אויף לאסטאויטאס פאר לאנגע דיסטאנץ אַװעקטראָג. רייפן קומען אין פילע פארשידענע סארטן און גרייסן און האבן פארשידענע געוועב פארעמס.
די גרייסן פון אויטא און לאסטאויטא רייפן ווערן באצייכנט מיט א דריי ציפֿער נומער ווי 225/60R16. דער ערשטער ציפֿער באצייכנט די ברייט פון די רייף אין מילימעטערן ווען מאָנטירט און אָנגעבלאָזט. דער צווייטער ציפֿער באצייכנט די הייך פון די זייטן אלס א צוגאַנג אדער פּראָצענט פון די ברייט. דער לעצטער ציפֿער איז דער דיאמעטער פון די רייף אין אינטשן.
ביישפיל
רייף גרייס: 225/60R16
- ברייט: 225 מילימעטערן
- זייט הייך: 135 מילימעטערן
- ראד דיאמעטער: 16 אינטשן
ריזיקע רייפן (צום ביישפיל, ווי אויף גרויסע מינעריי לאסטאויטאס) ניצן אנדערע איינהייטן, ווי 59/80R63. דער ערשער ציפֿער איז די ברייט פון די רייף אין אינטשן, דער צווייטער ציפֿער איז די הייך פון די זייטן אלס א צוגאַנג פון די ברייט, און דער לעצטער ציפֿער איז דער דיאמעטער אין אינטשן.
רייף שאדנס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]היינט האבן מערסט רייפן נישט קיין אינעווייניקע רערן. עס זענען דא שניטן אינעם ראד וואס דערלויבן די רייף צו ווערן מאָנטירט און האלטן א סך לופט דרוק. אויב עס איז דא א פּאַנטשער אין די רייף קען ער נישט בלייבן אָנגעבלאָזט. רייף לעכצן זענען זייער גאנגבאר. די מערסט גאנגבארע סיבה איז א לאָך פון א נאָגל אדער שרויף. געוויינטעלך קען מען פארריכטן דאס דורך אויסלאַטען דער אינעווייניקער טייל פון די רייף צו ווידער האַלטן די לופט. עס קען נישט ווערן פארריכטן אויב דער לאָך איז אין אדער נאענט צו די זייט פון די רייף. דאס איז ווייל די זייטן ווייך ווערן צו שטיצן די וואָג פונעם פארמיטל, און קיין לאַטע איז גענוג שטארק אונטער דרוק.
בלאטע-און-שניי רייפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בלאָטע-און-שניי (ענגליש: Mud and Snow; אין קורצן M S אדער M&S) איז א דעזיגנאציע וואס רייף מאכערס ניצן צו באשרייבן אלע-סעזאן און ווינטער רייפן. געוויינטלעך ווערן זיי אויסגעפורעמט צו געבן פארבעסערטע פֿונקציאָנירונג אונטער נידעריקע טעמפעראטורן קעגן די זומער רייפן. געוויינטלעך ווערט די געוועב ווייכער ווי אויף רייפן באנוצט אין זומער קאנדיציעס. דאס פארבעסערט די האַלטונג אויף אייז און שניי, אבער זיי קאַליע ווערן שנעלער אין העכערע טעמפעראטורן. אזלעכע רייפן קענען האבן גאר מער שניטן אין דאס געוועב ווי געוויינטעלך צו האַלטן דעם אייז. אויף פיר ראדיקע טראנסמיסיע פארמיטלען, M&S רייפן זענען אפט סטאנדארטע געצייג.