לדלג לתוכן

קריפטאגראפיע

פֿון װיקיפּעדיע

קריפּטאָגראַפֿיע (פֿון גריכיש κρυπτός, קריפטאס, "באַהאַלטן, געהיים"; און γράφω, גראַפֿא, "איך שרײַב") איז די װיסנשאַפֿט װעלכע באַשעפֿטיקט זיך מיט אלגאריטם מיטן צװעק צו פֿאַרשליסן אינפֿאָרמאַציע דורך קאָדן. די װיסנשאַפֿט פֿון קריפּטאָגראַפֿיע איז שױן פֿון די פֿאַרצײַטיקע יאָרן װאָס האָט געניצט צו פֿאַרשליסן פֿון דעם פֿײַנד װיכטיקע ידיעות. הײַנט ניצט מען עס צו פֿאַרשליסן דיגיטאַלישע אינפֿאָרמאַציע, װי למשל אַ דיגיטאַלישע אונטערשריפֿט.

מאדערנע קריפטאגראפֿיע שניידט איבער די דיסציפלינען פון מאטעמאטיק, קאמפיוטער וויסנשאפט, און אינזשעניריע. טייל אנווענדונגען פון קריפטאגראפֿיע זענען געלט אויטאמאטן, קאמפיוטער פאסווערטער, און עלעקטראנישער האנדל.

היסטאריע פון קריפטאגראפיע און קריפטאאנאליז

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קלאסישע קריפטאגראפיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנהייב פון מאדערנע קריפטאגראפיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קריפטאאנאליז פון די נייע מעכאנישע אפאראטן וואס מען האט אנגעהויבן ניצן אין דעם 20סטן יארהונדערט האט זיך אויסגעוויזן שווער. אינעם פאראייניגטן קעניגרייך האט מען געארבעט אין בלעטשלי פארק וואס האט געברענגט צו אן אנטוויקלונג פון מער עפעקטיווע מעטאדן אויסצופירן כסדרדיקע פעולות. ענדלעך האט מען אנטוויקלט דעם קאלאסוס, דער ערשטער גאנץ עלעקטראנישער און דיגיטאלישער, פראגראמירבארער קאמפיוטער אין דער וועלט, וואס האט געהאלפן דעקאדירן שיפערן גענערירט דורך דער דייטשער מיליטער׳ס לארענץ SZ40/42 מאשין.

אין ספר ירמיהו למשל װערט דערמאָנט "מלך ששך", װען די מײנונג איז "מלך בבל", װײַל אױב מען דרײט איבער דעם א"ב, אל"ף = תיו, בי"ת = שי"ן, איז ששך = בבל.

אױך אין קבלה איז באַקאַנט גײַסטלעכע רבנים װעלכע האָבן געניצט אַ שיפֿער־כּתב קאָמפּליצירט מיט ראשי תיבותן און מיט נישט מסודרדיקע זאַצן און װערטער כּדי צו באַשרײַבן העכערע טעמעס װעלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט קבלה, כּדי זאָל דער פּשוטער מענטש ניט קענען פֿאַרשטײן. למשל איז באַקאַנט דער מגילת סתרים פון ר' נחמן בראסלעווער.