לדלג לתוכן

קאלאנסקאפי

פֿון װיקיפּעדיע
די קאלאנאסקאפיע טעסט

קאלאנאסקאפיע איז א טעסט (אויספּרוּוו) וואס מען מאכט אויף די גראבע קישקע, דורך א פיברע אפטיק קאמערא, וואס ווערט אריינגעשטופט דורכן פי הטבעת.

עס איז אויסגעטראפן געווארן דורך הערמאן שטראוס, פון דער אידישער שפיטאל אין בערלין דייטשלאנד.


די טעסט מאכט מען געווענדליך צו דיאגנאזירן קענסער, קראון'ס דיזיז, קאליטיס.

עס איז רעקאמענדירט אז יעדער מענטש העכער די פופציגער זאל מאכן דער טעסט כדי צו פארמיידן קישקע קענסער.

קישקע קענסער קומט געווענדליך פון קליינע געוויקסן וואס ווערט אנגערופן פוליפ'ס וואס אויב מען נעמט עס נישט אוועק, ווערט פון דעם קענסער, און מיט א קאלאנאסקאפיע קען מען דאס דיאגנאזירן און אראפ נעמען.

עס איז דא קליינער מעגלעכקייט פון %0.2 פאר ערנסטע קאמפליקאציע, די ערגסטע קאמפליקאציע איז א לאך אין די קישקע דורך די פייבער אפטיק אבער דאס פאסירט נאר אין 1 פון 2000, וואס דאן דארף מען עס גראד אפערירן.

ווירטועל קאלאנאסקאפיע