פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײ 1
מראה
דינסטאג, דעם 1טן מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וויליאמסבורג: מעיאר בלומבערג עלאוקירט פופציג מיליאן דאלער פון ניו יארק סיטי בודזשעט צוריק צו עפענען און איבערבויען היסטארישע ריזן סווימינג פול אין שכינותדיגן גרינפוינט געגנט. (ברוקלין איגל)
- וויליאמסבורג: ר' אריה לייב גלאנץ מאכט פאליטישע באנקעט צו שאפן געלט פאר לאקאלן קאנגרעסמאן עד טאונס, טויזנט דאלער פון יעדן באטייליגער אין ראוז קעסטל. מעיאר בלומבערג ערשיינט נישט כאטש אנזאג פון אינוויטאציע, ר' בעריש פרייליך, האלדזט זיך מיטן דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וואס האט אים געוואלט אריינשליידערן אין טורמע פארן סטראשען א מיידל צוריקציען אירע קלאגעס קעגן איר חרדישע טאטע וואס זי באשולדיגט אז ער האט איר געאנסט. (נ.י. דעילי ניוז)
- תשובה אויפן אינטערנעט: פאפולער נייע טרענד: שרייבט אייערע חרטה געפילען אויף ספעציעלע ווידיו וועב סייטס. (מיאמי העראלד)
- פראנקרייך: הונדערטער אידן אין עירפארט קבלת פנים, טויזנטער ספרדים הערן זיך צו צי מעסעזש פון תשובה פון הרב שטיינעמאן אין מארסיי, גערער רבי רעדט געציילטע ווערטער אין אידיש און קען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן ווען ספרדים קושן אים די בארד. (הארץ)
- דער בלאט באריכט: ר' מנשה פילאפ געלאזט צוואה פון זיין טאטע אויפהערן שרייבן אין די צייטונג. (חדשות אנש)
- ירושלים באהאנגען מיט צעטליך צו מתפלל זיין פאר ר' ישראל אהרן קלעצקין. - בילד. (כל העולם כולו)
- חרדישער ביליאנער פון ארץ ישראל ר' לוי לעוויעוו קויפט אפ אלטע ניו יארק טיימס געביידע אין טיימס סקווער אין מאנהעטן, פאר 525 מיליאן דאלער. (זשעי. פאסט)
- אגודת ישראל מיט ארויסזאג קעגן עליאט ספיצערס פלאן צו לעגאליזירן געי אישית. (ישיבה וועלט)
- קאבאליסטען אין מיליטער וועלן זיך צאמקומען דעם ל"ג בעומר אין ירושלים. (זשעי. פאוסט)
- מזרחי - רעליגיעזע ציונים פארטיי ערעפענט אירע ראנגן אריינצונעמען מיטגלידער וואס זענען נישט רעליגיעז. (זשעי פאוסט)
- חרדישע איינוואונער אין גאולה פאראייניגן זיך קעגן חרדישן בירגערמייסטער פארן נישט רעגולירן ביזנעסער אין גאולה. (ען.אר.זשי.)
- גמ"ח צו פארבארגן הארטע אייער אום שבת, פאר די וואס האבן פארגעסן צו קאכן. (בח"ח)
- ישראלישער מאפיאנער פאראורטיילט צו 12 יאר טורמע אין פלי בארגעין וואס וועט אים לאזן דאס דינען אין ארץ ישראל. (הארץ)
- איראן אסרט אינטערנעט צוטריט צו וועב סייט וואס באהאנדלט אכמאדיניזשאדס האלאקאוסט לייקענונג. (אי.זשעי.פרעס)
- אין ליכט פון די וויינאגראד קאמיטע: מדינת ישראל מיניסטאר פון די ארבעטער פארטיי, ערקלערט זיין רעזעגנאציע, זאגנדיג: איך קען נישט מער זיצן אין א ממשלה וואס אהוד אלמערט איז איר הויפט! די רעזיגנאציע דראעט ארויסצושלעפן די גאנצע ארבעטער פארטיי פון די רעגירונג, וואס קען פירן צו פריע וואלן. (YNET)
- מיטגליד אין ירושלימ'ער שטאט ראט, עפנט קאמף אראפצונעמען טעדי קאלעק'ס נאמען פון אלע ציבור'ישע אנטשטאלטן, נאך שוידערליכע אנטדעקונג אז ער איז געווען א מסור, וועלכער האט איבערגעגעבן אידן פון דער קעגנערישער אצ"ל פראקציע פאר דער בריטישע רעגירונג אין פאלעסטינע זיי צו הרג'נען. (ען עף צע NFC)