לדלג לתוכן

טארזאן (1999 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
טאַרזאַן
Tarzan
באזירט אויף "טאַרזאַן פֿון די מאַלפּעס" פֿון עדגאַר רײַס באַראָז
רעזשיסאר קריס באַק
קעווין לימאַ
פראדוצירער באָני אַרנאָלד
סצענארשרייבער טעב מערפֿי
באָב צודיקער
נאָני ווייט
שטימע אקטיארן טאָני גאָלדווין
מיני דרייווער
ראָזי אָדאָנעל
גלען קלאָז
ברייען בלעסד
לאַנס הענריקסען
וויין נייט
ניידזשל האָטאָרן
מוזיק מאַרק מאַנטשינאַ
רעדאקטירונג גרעגאָרי פּערלער
סטודיא וואָלט דיזני פֿילמען
וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס
פארשפרייטער בוענאַ וויסטאַ פֿילמען
פארשפרייט 18טן יוני 1999
לענג 88 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $130 מיליאָן
הכנסות $448,191,819

טאַרזאַן (ענגליש: Tarzan) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1999 וואס איז באזירט אויף דער ראָמאַן "טאַרזאַן פֿון די מאַלפּעס" פֿון עדגאַר רײַס באַראָז. דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך די וואָלט דיזני פֿירמע און איז געווען איר ערשטן אנימירטן פילם צו ווינען #1 אין די קאַסעס זינט "פּאָקאַהאָנטאַס". אויך איז ער געווען דער ערשטער מיט א פראדוקציע בודזשעט פון $100 מיליאן זינט "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם".

  • אַלעקס ד. לינז אַלס יונגן טאַרזאַן
  • מיני דרייווער אַלס דזשיין פּאָרטער
  • גלען קלאָז אַלס קאַלאַ
  • לאַנס הענריקסען אַלס קערטשאַק
  • ברייען בלעסד אַלס קלייטאָן
  • ניידזשל האָטאָרן אַלס פּראָפֿעסאָר אַרכימעדעס קיו. פּאָרטער
  • ראָזי אָדאָנעל אַלס טערק
  • וויין נייט אַלס טאַנטאָר

א ספּין-אָף אנימירטע טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "די לעגענדע פֿון טאַרזאַן" האט געלאָפֿן צווישן 2001 און 2003. די סעריע הייבט אָן פון וואו דער פילם האט אויסגעלאזט. טאַרזאַן פרובירט פּאַסן זיך מיט זיין נייע ראלע אלס דער פֿירער פון די אַפּען נאָך דעם טויט פון קערטשאַק.

דירעקט-צו-ווידעא המשכים:

  • "טאַרזאַן און דזשיין", באפרייט דעם 23סטן יולי 2002
  • "טאַרזאַן II", באפרייט דעם 14טן יוני 2005, דער פריקוועל פון "טאַרזאַן"

"טאַרזאַן" האט געוואונען די פאלגנדע פריזן:

  • 2000 גאלדענער גלאבוס פריז פאר בעסטער אריגינעלער ליד פאר "דו וועלסט זיין אין מיין הארץ" פון פֿיל קאָלינס
  • 2000 אקאדעמיע פריז פאר בעסטער ליד פאר "דו וועלסט זיין אין מיין הארץ" פון פֿיל קאָלינס
  • 2000 גרעמי פריז פאר בעסטער מוזיק זאמלונג אלבאם פאר פילם, טעלעוויזיע אדער אנדערע וויזועלע מעדיע